מפרשי האוצר
חיפוש גוגל בפורום:

בנוגע דעם גרויסן "סעיל"

פורום תמיכה טכנית לדוברי אידיש.
יגרסהדותא

בנוגע דעם גרויסן "סעיל"

הודעהעל ידי יגרסהדותא » א' מאי 09, 2010 8:18 pm

איך ליין די מודעות, ס'כאפט מיר אן אזא גלוסטעניש צו קויפן דעם "אוצר", איך בעט אבער מ'זאל עס אויך מסביר זיין אין אידיש.

1. וויפיל קאסט עס? [דעם גאנצן פעקעדזש/חלקים וכו']
2. וואס מיינט "בדיסק קשיח" און וואס מיינט "מקוון"
3. וואס איז די חילוק פון: 1. 'אוצר החכמה' המלא 36,000 ספרים 7,500 ₪ , און 2. מהדורת ספריה 36,000 ספרים 4,450 ₪ , ביידע האבן די זעלבע סכום ספרים! ובכלל "אוצר החכמה שרייבט אז זיי פארמאגן 42,000 ספרים, פארוואס ביי "אוצר החכמה המלא" שטייט נאר 36,000?

בקיצור אויב מ'קען איבערטייטשן דעם בלעטל אויף אידיש - http://www.otzar.org/mehiron-yechidim.asp - [אנדערע בלעטער פון די עדווערטייזמענט, וואלט אויך נישט געשאדט.. איר קענט נאר פארדינען דערפון אז ס'איז געשריבן אין אידיש, איך קען טויזענטער אינגעלייט [בליעה"ר] וואס רעדן בלויז אידיש...]

הצלחה וברכה.

יא נאך איין פראגע, שמעתי מאחורי הפרגוד אז איר האט נישט אויפגעהערט און איר לייגט כסדר צו נאך און נאך ספרים לרוות צמאון כל בית ישראל, איך הער איר באנייט דעם נייעם גירסא נומ. 9 אי"ה דעם קומענדיגן חנוכה תשע"א. ווילט זיך פרעגן: אויב קויפט מען דעם יעצטיגן גירסא נומ. 8, קען מען שפעטער "צובאקומען" די איבריגע ספרים פאר א נארמאלן פרייז, צו מ'מוז קויפן דעם נייעם פאר פולן פרייז?

בקיצור, ליינענדיג נאר אידיש קען איך שווער אויפכאפן וויאזוי דאס ארבעט. טאטע לעבן איך האב דיר געפרעגט וכו' וכו'

המחכה לתשובה
יגר'ל
מאתרא קדישא "אידישע וועלט"

סמל אישי של המשתמש
מיק
הודעות: 19
הצטרף: ג' מאי 04, 2010 2:27 pm

Re: בנוגע דעם גרויסן "סעיל"

הודעהעל ידי מיק » א' מאי 09, 2010 9:33 pm

איך בין יעצט נישט אין אופיס, איך וועל דיר אי"ה מארגן ענטפערן אויף דיינע אלע שאלות.

סמל אישי של המשתמש
מיק
הודעות: 19
הצטרף: ג' מאי 04, 2010 2:27 pm

Re: בנוגע דעם גרויסן "סעיל"

הודעהעל ידי מיק » ב' מאי 10, 2010 3:30 pm

איישר כח פאר דיין קאמפלעמענט.

אוצר החכמה איז געבויעט פון 4 פעקעדזשעס, אלע פעקעדזשעס צוזאמען באטרעפט 40800 ספרים, ס'איז צוטיילט וויפאלגנד:
1)די הויפט עדישען 36000 ספרים.
און אלע מקצועות התורה והיהדות משנה ומפרשיה, תלמוד בבלי ומפרשיו, תלמוד ירושלמי ומפרשיו, שו"תים, שו"ע ומפרשיו, הלכה ומנהג, קבצים תורניים, תנ"ך ומפרשיו, שאר ספרי חז"ל, קבלה, מחשבה ומוסר, חסידות, דרושים, מועדי ישראל, תולדות עם ישראל, תפילות ופיוטים, ועוד נושאים שונים.
די סעיל פרייזן פון שבוע הספר: 1385$ רעגולער פרייז: 1980$

2) בני תורה עדישען:
איז כמעט אזווי די הויפט עדישען נאר מיר האבן אראפ גענומען 1200 ספרים וואס איז נישט איינשטימיג מיטן היימישען געדאנקען גאנג.
די סעיל פרייזן פון שבוע הספר: 1245$ רעגולער פרייז: 1780$

3) ספרים פון "מכון ירושלים" פאבלישינג.
סאיז א עקסטערע פעקעדזש פון 360 ספרים וואס ס'ווערט צוגעלייגט צום אוצר החכמה.
די פרייז: 190$

4) ספרים פון "אהבת שלום" פאבלישינג.
סאיז א עקסטערע פעקעדזש פון 400 ספרים וואס ס'ווערט צוגעלייגט צום אוצר החכמה.
די פרייז: 155$

5) ספרי חבד "קהת" פאבלישינג.
סאיז א עקסטערע פעקעדזש פון 3800 ספרים וואס ס'ווערט צוגעלייגט צום אוצר החכמה.
די סעיל פרייזן פון שבוע הספר: 65$ רעגולער פרייז:90$



די אוצר גמרא והלכה עדישען – 21000 ספרים.
טויזנטער ספרים אויף: משנה ומפרשיה, תלמוד בבלי ומפרשיו, תלמוד ירושלמי ומפרשיו, שו"תים, שו"ע ומפרשיו, הלכה ומנהג, און אנדערע ספרי חז"ל, קבצים תורניים ספרי זיכרון און ספרי יסוד.
די פרייזן פון שבוע הספר: 1030$ רגולער פרייז: 1470$
די אוצר גמרא ומחשב עדישען – 20600 ספרים
טויזנטער ספרים אויף: תנ"ך ומפרשיו, און אנדערע ספרי חז"ל, קבלה, מחשבה ומוסר, חסידות, דרושים, מועדי ישראל, תולדות עם ישראל, תפילות ופיוטים, נושאים שונים און ספרי יסוד.
די סעיל פרייזן פון שבוע הספר:965$ - רגולער פרייז:1360$

די לייברערי עדישען – 36000 ספרים
ענטהאלט אלע ספרי אוצר החכמה מיט אלע אפשענ'ס פון די פראגראם , נאר אן קיין סערטש אופשען.
די פראגראם איז אויף אן הארד דרייב (דיסק קשיח) 640 גיגה בייט.

מ'קען קויפן די אונליין (מקוון) ווערסיע.

מ

יגרסהדותא

Re: בנוגע דעם גרויסן "סעיל"

הודעהעל ידי יגרסהדותא » ב' מאי 10, 2010 8:54 pm

האסט עס זייער קלאר ארויסגעברענגט. יש"כ


חזור אל “טעכנישע הילף”



מי מחובר

משתמשים הגולשים בפורום זה: אין משתמשים רשומים ו־ 17 אורחים