הודעהעל ידי מן הסתם » ד' יולי 19, 2023 6:24 pm
סאיז דא א געוואלדיגע חת”ס, ממש א פחד, אויף די נושא. (ביטע מיך פארגעבן פארן נישט האבן די מראי מקום צו מיין האנט)
בעצם שטייט אין די תורה עץ חיים הוא למחזיקים בה, גדולה תורה שנותנת חיים וכו’ א לומד תורה שטארבט נישט! די תורה האלט ביים לעבן!
נארוואסדען, מפני הרעה נאסף צדיק, אין מיתה בלא חטא! זאגט דער הייליגער חת”ס א געוואלדיגע חידוש, סאיז נישט יתכן אז א צדיק זאל נסתלק ווערן נאר אויב איז געווען א חטא. אין די יונגערע יארן דארף עס זיין א גרעסערע חטא און אין די עלטערע יארן אפילו א גאר דקות’דיגע חטא. אבער בכל אופן איז עס אין מיתה בלא חטא. צו א חטא פון א בן דורו צו א חטא פונעם צדיק אליינס.